די מזלות / Signs of the Zodiac
די מזלות שטאַמען פֿון דער בבֿלישער אַסטראָלאָגיע. זיי באַשטייען פֿון צוועלעף קאָנסטעלאַציעס (שטערן־מזלות) וואָס ווײַזן אָן וווּ די ערד קרײַזט אַרום דער זון, און זענען פֿאַרבונדן מיט געוויסע דאַטעס. די פּאָזיציע פֿון דער זון אין הימל אינעם סאַמע מאָמענט וואָס אַ מענטש ווערט געבוירן איז זייער מזל, וואָס דאָס באַשטימט משמעות דעם עצם פּערזענלעכקייט פֿונעם מענטש, דעם חוש פֿון זיך, מיט וועלעכע מינים מענטשן מע וועט אויסקומען אין לעבן און נאָך. די וואָך גייט דאָס מזל אַריבער פֿון מזל מזנים (דער וואָגשול) אויף מזל עקרבֿ (דעם סקאָרפּיאָן).
[DI MAZÓLES ShTÁMEN FUN DER BÁVLIShER ASTROLÓGYE. ZEY BAShTÉYEN FUN TSVÉLEF KONSTELÁTSYES (ShTERN-MAZÓLES) VOS VAYZN ON VU DI ERD KRAYZT ARÚM DER ZUN, UN ZÉNEN FARBÚNDN MIT GEVÍSE DÁTES. DI POZÍTSYE FUN DER ZUN ÍNEM HIML ÍNEM SÁME MOMÉNT VOS A MENTSh VERT GEBÓYRN IZ ZÉYER MAZL, VOS DOS BAShTÍMT MAShMÓES DEM ÉTSEM PERZÉNLEKhKEYT FÚNEM MENTSh, DEM KhUSh FUN ZIKh, MIT VÉLEKhE MÍNIM MENTShN ME VET ÓYSKUMEN IN LEBN UN NOKh. DI VOKh GEYT DOS MAZL ARÍBER FUN MAZL MOZNÁYEM (DER VÓGShUL) AF MAZL ÁKREV (DEM SKORPYÓN).]
The signs of the Zodiac originate in Babylonian astrology. Consisting of twelve constellations indicating where the Earth orbits the sun, they are associated with certain birthdates. The position of the sun in the sky at the very moment of a person’s birth becomes their sign, which supposedly determines their core personality, sense of self, which types of people they will be compatible with in life, and more. This week the Zodiac sign changes from Libra to Scorpio.
Aquarius: מזל דלי; דער װאַסער־טרעגער; דער עמער
[MAZL DLI; DER VÁSER-TRÉGER; DER ÉMER]
Aries: מזל טלה; דער באַראַן; דער באָק
[MAZL TÓLE; DER BARÁN; DER BOK]
Cancer: מזל סרטן; דער ראַק
[MAZL SARTN; DER RAK]
Capricorn: מזל גדי; די ים־ציג; דער שטײנבאָק
[MAZL GDI; DI YAM-TSIG; DER ShTÉYNBOK]
constellation: דאָס געשטערן, ־ס; דאָס שטערנבילד, ־ער; די קאָנסטעלאַציע, ־ס; דאָס (שטערן־)מזל, ־ות
[DOS GEShTÉRN, -S; DOS ShTÉRNBILD, -ER; DI KONSTELÁTSYE, -S; DOS (ShTERN-)MAZL, MAZÓLES]
Gemini: מזל תּאומים; דער צװילינג
[MAZL TÓYMIM; DER TSVÍLING]
Leo: מזל אַריה; דער לײב
[MAZL ÁRYE; DER LEYB]
Libra: (מזל מאָזנים; די װאָג(שאָל
[MAZL MOZNÁYEM; DI VÓG(ShOL)]
Pisces: מזל דגים; דער פֿיש
[MAZL DÓGIM; DER FISh]
Sagittarius: מזל קשת; דער פֿײַלן־שיסער
[MAZL KÉShES; DER FÁYLN-ShÍSER]
Scorpio: מזל עקרבֿ; דער סקאָרפּיאָן
[MAZL ÁKREV; DER SKORPYÓN]
sign of the Zodiac: דאָס מזל, ־ות; דער זאָדיאַק־צײכן, ־ס
[DOS MAZL, MAZÓLES; DER ZODYÁK-TSEYKhN, -S]
Taurus: מזל שור; דער אָקס
[MAZL ShOR; DER OKS]
Virgo: מזל בתולה
[MAZL PSÚLE]
Zodiac: דער זאָדיאַק
[DER ZODYÁK]
|