די גאָלדענע פּאַווע קומט צו פֿליִען!
קומט אויף אַ זומישער לעקציע/דיסקוסיע מיט ד״ר שבֿע צוקער
וועגן איר נײַער אינספּירירנדיקער צוויישפּראַכיקער אויסגאַבע
די גאָלדענע פּאַווע—
דאָס קול פֿון דעם ייִדישן שרײַבער
אויף דער טעמע
“די ווערטער רעדן נאָך אַלץ צו אונדז„
צווישן אַנדערן וועלן מיר הערן אויסצוגן פֿון ייִדישע שרײַבערס אויף דער רעקאָרדירונג
וואָס דעקלאַמירן זייערע אייגענע ווערק, אויף טעמעס ווי, למשל,
מלחמה, טראַדיציע און מאָדערנקייט, ליבע, און ייִדיש גופֿא –
טעמעס וואָס זײַנען הײַנט נאָך אַלץ אַקטועל.
זונטיק, דעם 20סטן מאַרץ 2022
03:21 נאָך מיטאָג (מיזרח־שעה)
03:9 אין דער פֿרי (מערבֿ־ברעג)
17:30 (פּאַריז)
18:30 (ישׂראל)
אויפֿן ווײַטערדיקן זום־לינק:
Meeting ID: 874 0195 3017
Passcode: 395097
שבֿע צוקער האָט געדינט ווי אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע און שעף־רעדאַקטאָר פֿון איר זשורנאַל אױפֿן שװעל פֿון 5002 ביז 0202. זי איז די מחברטע פֿון צװײ פּאָפּולערע ייִדיש־לערנביכלעך, ייִדיש – אַן אַרײַנפֿיר: לשון, ליטעראַטור און קולטור. מער ווי צוויי יאָרצענדלינג איז זי געװען אַ לערערין אין דער אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור, איצט אונטער דעם פּאַטראָנאַט פֿונעם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט – ייִװאָ און באַרד־קאָלעדזש.