דער ייִדישער פֿאַרלאַג אין שװעדן
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיטן שרײַבער און אַרויסגעבער
קאָליע (ניקאָלײַ) אָלניאַנסקי
מיר וועלן שמועסן וועגן דער געשיכטע פֿון זײַן ייִדיש־פֿאַרלאַג; די שרײַבערס וואָס פּובליקירן דאָרט און זייערע ביכער, אַרײַנגערעכנט באַקאַנטע איבערזעצונגען ווי דער האָביט און הערי פּאָטער, ווי אויך אָריגינעלע שאַפֿונגען ווי יצחק באַשעוויסעס שׂונאים. מיר וועלן אויך אַרומרעדן זײַן אייגענע געשיכטע, און זײַן שאַפֿן קינדערביכלעך.
זונטיק, דעם 14טן אַפּריל 2024/ו׳ ניסן, תּשפּ״ד
מערבֿ־ברעג: 9:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 12:00 מיטאָג
לאָנדאָן: 17:00
פּאַריז/שוועדן: 18:00
ישׂראל: 19:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/the-olniansky-yiddish-publishin-tickets-879118716747?aff=oddtdtcreator
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
קאָליע (ניקאָלײַ) אָלניאַנסקי איז דער גרינדער פֿונעם פֿאַרלאַג אָלניאַנסקי טעקסט אין לונד, שוועדן. ער האָט אויך געשריבן און פּובליקירט אייגענע קינדערביכלעך: באַהעלטערלעך מיט אַלף און בית, די אַנאַטאָמיע מיט אַלף און בית, דער קראָליק דער קאָסמאָנויט, דער לונדער וווּנדער, הינטערן גאַרדין אין אַ ייִדישער היים, אַרום דער וועלט מיט אַלף און בית, און פֿאַנטאַסטיש.
|